זעמל
Статистикаאידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ צו באקומען אויף סטאטוס: https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1 צו באקומען אויף די וואטסעפפ גרופעס: https://chat.whatsapp.com/IGS39n9hm6s7iRRGZSB0o0?mode=r_c פאר קאמענטארן אדער צו אדווערטייזן: @ZemelVINAdmin
- Последний пост
- 14 авг.
- Последнее чтение
- 15 авг.
- Постов за неделю
- 30
- Всего постов
- 30
- Тип
- открытый
- Язык
- ydd
- Категория
- Новости и СМИ (по похожим)
- В каталоге с
- 13 авг.
- 1/24сутки в ленте
- 401
- 1/48двое суток
- 459
- 1/72трое суток
- 495
Оценка по просмотрам недавних постов: пост набирает почти всё за первые сутки.
Посты
גליונות לכבוד שבת - פרשת שופטים 👇👇👇 https://www.dropbox.com/scl/fo/mopgy5hxkbcx2t39j16nm/ABHS6MBWlvoR3Ba2CF5x4tw?rlkey=yd0kia07vnl8iucjw6t6jo8js&st=j00iqsss&dl=0
דרוקט יעצט דאָ און זייט זוכה צו די הבטחה פון מרן המשפּיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאַן שליט"א: *ווער עס וועט גיבן 1311 וועט זוכה זיין צו "אַ גרויסע און שנעלע ישועה" אין פּרנסה - שידוכים - רפואות - און אין אַלע ערליי ישועות!* https://www.kupat.org/views/DonationPage?pid=2538&recid=0&source=Adsjd
קרית יואל - פארגאנגענע פרייטאג איז פארגעקומען א גאר פראדוקטיווע זיצונג צווישן עסקני קרית יואל מיט די סטעיט און אראנדזש קאונטי בודזשעט באאמטע, וואס האט געפירט צו א לאנג ערווארטעטע דורכברוך אינעם פעלד פון די טשיילד קעיר וואוטשערס וואס באצאלט די שכר לימוד קאסטן פון קינדער צווישן 3 און 12 יאר, פאר נידריגע פארדינער. די זיצונג איז צושטאנד געקומען נאך די באזוך וואס גאווערנאר האוקעל האט אפגעהאלטן אין מחנה בית רחל, וואו קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט אויפגעברענגט די פראבלעמען מיט די וואוטשערס פראגראם וואס די קאונטי אנטזאגט זיך צו פינאנצירן טראץ וואס אלבאני שיקט די געלט. די גאווערנאר האט פארארדנט דער סטעיט בודזשעט דירעקטאר בלעיק וואשינגטאן צו אפהאלטן א זיצונג מיט הנהלת קרית יואל און אראנדזש קאונטי באאמטע , ארויסצושטעלן א קלארע פלאן פאר די קאונטי בודזשעט אויסברייטערונג. ביים זיצונג האט מען אויסגעארבעט א פראקטישן אויסוועג און געגרייכט א פולע פארשטענדניש צווישן אלע צדדים. אין רעזולטאט האט דער דעפיוטי קאונטי עקזעקיוטיוו געמאלדן אז ער וועט עפענען אפליקאציעס פאר עטליכע הונדערט פרישע סלאטס, אז עלטערן אין קרית יואל זאלן אנהויבן ערהאלטן די טשיילד קעיר וואוטשערס אן קיין אפהאלט.
מאלדאווע - אין די גרויסע שוהל אין שטאט קישענעוו איז נעכטן פארגעקומען די אפיציעלע מעמד הכתרה פון הרב מנחם מענדל אקסלראד שליט"א אלס הויפט רב פון מאלדאווע, נאך וואס עס איז פארגעקומען אפיציעלע וואלן אין אידישע קהילות איבערן לאנד מיט עטליכע וואכן צוריק. הונדערטער אידן און פארשטייער פון די מאלדאווער רעגירונג האבן זיך באטייליגט ביים מעמד. אויך זענען געקומען צו פארן פילע רבנים פון איבער אייראפע, צווישן זיי דער הויפט רב פון רומעניע הרב רפאל שפר, הויפט רב פון האלאנד הרב בנימין יאקאבס, הויפט רב פון אדעסא הרב אברהם וואלף, און נאך רבנים אינאיינעם מיט פארשטייער פון אידישע קהילות און ארגאניזאציעס איבערן קאנטינענט.
לעיקוואוד - אן אפציעלע "בית מדרש גבוה" שילד איז געווארן ארויפגעשטעלט ביים מאסיווע קאמפלעקס וואס די ישיבה האט איינגעהאנדלט פאר 40 מיליאן דאלאר אין דזשעקסאן. (Photo Credit: Lakewood Alerts)
מאנטריאל - אן 'אטאפסי' באריכט האט באשטעטיגט אז מיכאל משה מזרחי ע"ה, וועלכער איז אומגעקומען ביי די מאנטריאל שיסעריי מיט עטליכע וואכן צוריק, איז אומגעקומען דורך א קויל פונעם שיסער און נישט פון די פאליציי, אנדערש ווי די ביז יעצטיגע מיינונג.
וויליאמסבורג - הרחבת גבולי הכשרות: מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים אין מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים לרגל באנייאונג פון פינפטע שטאק אינעם כשרות הויפטקווארטיר בראשות רבני מערכת הכשרות הגאוה"צ שליט"א.
видео или голосовое, без подписи
בארא פארק - היינט אינדערפרי איז פארגעקומען אינעם ציריך לופטפעלד די לוויה פון הרה"ג ר׳ צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג, וועלכער איז ליידער פריצייטיג נפטר געווארן דעם דינסטאג פארטאגס, נאכן ענדליך ווערן באפרייט דורך ארטיגע אינסטאנצן. די מיטה מאכט אצינד די וועג קיין ניו יארק וואו עס וועט פארקומען די לוויה היינט נאכט פארנט פון ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק און דערנאך אין מאנסי, וואו ער וועט קומען לקבורה אינעם חלקת הרבנים אין ביה"ח הר שלום. בשורות טובות.
אפדעיט: מטעם קהל בית שמואל צבי ד'ספינקא איז געמאלדן געווארן אז די מסע הלוויה פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל וועט ארויסגיין 12:00 אזייגער מיטאג פון בית מדרשו אויף וואלווארט סטריט, אויפן וועג צום ספינקא בית החיים אין ניו דזשערסי וואו דער רבי זצ"ל וועט קומען לקבורה.
נצחו אראלים את המצוקים: בד"ה: צער און טרויער נאך פריצייטיגע הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל וויליאמסבורג - די עולם החסידות איז איינגעהילט אין טיפע טרויער מיטן אנקום פון די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון כ"ק אדמו"ר רבי יוסף מאיר מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל, וועלכער איז בעוונתינו הרבים ליידער פריצייטיג נפטר געווארן אין עלטער פון 58 יאר, נאכן מקבל זיין יסורים באהבה פאר איבער א יאר צייט ליידענדיג פון די ביטערע מחלה ל"ע. דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן אום י"ז תמוז תשכ"ח אלס דער עלטסטער זוהן צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דב בעריש מבית שמואל צבי ד'ספינקא זצ"ל. בהגיע לפרקו ער איז געווארן אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון רחובות. נאכן פריצייטיגן פטירה פון זיין פאטער זצ"ל אין שנת תשס"ח האט דער רבי זצ"ל מקבל געווען די עול ההנהגה פירענדיג די קהילה קדושה בית שמואל צבי ד'ספינקא ביד רמה. פאראיאר נאך פורים האט דער רבי זצ"ל זיך נישט גוט געשפירט און נאך אונטערזוכונגען האבן דאקטוירים ליידער אנדעקט די ביטערע מחלה ל"ע. זינט דאן איז דער רבי זצ"ל געלעגן על ערש דוי מיט גאר שווערע שטערבעליכע יסורים. אין די לעצטע טעג האט די צושטאנד זיך שטארק פארערגערט און דער שווער דער קרעטשניפער רבי שליט"א און אלע קינדער זענען געקומען צו פארן זיין סמוך למיטתו אינדערצייט וואס כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו. יעצט ביינאכט איז דער רבי זצ"ל ליידער נסתלק געווארן לשמי מרום נאכן זאגן ווידוי און פסוקי יחוד ארומגענומען מיט די קינדער און משפחה. דער רבי לאזט איבער א הערליכע דור ישרים ומבורך, בנין וחתנין רבנן, וועלכע גייען אין זיינע הייליגע דרכים. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה׳.
ערב ר"ח אלול - מעמד השבה - Erev Rosh Chodesh Maamad Hashava https://nekikapayim.org/pay.php?ref=ly820
חברון - טויזנטער אין שפיץ פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן ביים קבר יצחק אבינו אינעם מערת המכפילה, ספעציעל געעפנט געווארן פאר אידישע באזוכער לרגל ער"ח אלול.
מאסקווע - אין די "גן ישראל" קעמפ אין מאסקווע זענען עטליכע קינדער אריינגעקומען בבריתו של אברהם אבינו. ויקרא שמם בישראל: אליהו, מיכאל, לוי יצחק, שמואל, דניאל משה און אלעזר.
לעיקוואוד - איינוואוינער אין שטאט און תלמידים פון די ישיבה און כוללים פון בית מדרש גבוה גרייטן זיך אויף צוויי נאכאנאנדע נעכט פון שמחות ביי די ראשי הישיבה וועלכע מאכן חתונה אייניקלעך היינט מיטוואך און מארגן דאנערשטאג, למזל טוב. די חתונות זענען ביי אייניקלעך פון די ראשי הישיבה הגאון רבי ירוחם אולשין שליט"א, הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א און הגאון רבי ישראל ניומאן שליט"א. אלע דריי חתונות קומען פאר אין לעיקוואוד און עס איז ערווארטעט אז טויזנטער רבנן ותלמידיהון וועלן זיך מיטפרייען בשמחת רבותיהם.
видео или голосовое, без подписи
קעטסקילס - א שווערע אינצידענט האט פריער פאסירט אין מחנה בני שמעון ישראל - שאפראן אין פאלסבורג, ווי דריי קינדער אין די יארגענג פון אכט און ניין יאר האבן געליטן שווערע בראנד וואונדן נאכן ווערן עלעקטעריזירט פון לעבעדיגע עלעקטריק דראטן וואס זענען אראפגעפאלן אויף זיי. די אינצידענט האט פאסירט קורצליך נאך 1:00 אזייגער ווען א בוים איז אראפגעפאלן און מיטגעשלעפט דראטן מיט זיך וואס איז געפאלן אויף די קינדער. פילע הצלה וואלונטירן און אנדערע רעטונג אגענטורן האבן באהאנדלט די דריי קינדער מיט שווערע וואונדן. זיי זענען דערנאך געווארן אפגעפירט מיט העליקאפטער צו די וועסטשעסטער שפיטאל אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען, און געפונען זיך ב"ה אצינד אין א סטאבילע צושטאנד. (Video Credit: Catskills Scoop)
ארץ ישראל - חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארה"ק גרייטן זיך מיט פרייד צו אנטפאנגן האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג וועלכער לאזט זיך מארגן ארויס אויף א באזוך בקרב קהל חסידיו. שבת וועט געפראוועט ווערן אין צפת אינאיינעם מיט אלע חסידים.
בד"ה: בית שמש - א שווערע עקסידענט האט פאסירט דינסטאג שפעט אויפדערנאכט אויף הייוועי נומער 383 וואס האט ליידער טראגיש איבערגעלאזט צוויי אומגעקומענע, צווישן זיי א 42 יעריגער חשובער יונגערמאן פון בית שמש. דער יונגערמאן איז אידענטיפיצירט געווארן אלס הרה"ג ר׳ מאיר תורגמן ע"ה, פון די חשוב׳ע יונגעלייט פון שטאט בית שמש וועלכער האט געדינט אלס א מרביץ תורה אין עטליכע ישיבות אין שטאט. ער לאזט איבער 9 יתומים אין שטוב, צווישן זיי א בחור וואס זיין בר מצווה איז געפראוועט געווארן בלויז א טאג בעפאר, דעם מאנטאג. זיין פרוי האט אויך געליטן מעסיגע וואונדן און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען. אויך איז נפטר געווארן א 27 יעריגער פרייער מאן זייענדיג צוויי מאנאטן בעפאר זיין חתונה. בשורות טובות.
בקשו רחמים: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין פאר כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא שליט"א מרן רבי יוסף מאיר בן בלומא שרה לרפו"ש, וועלכער געפונט זיך אין א קריטישע געזונט צושטאנד און איז זקוק לרחמי שמים מרובים.