א גוט ווארט
Статистикаיעדן טאג א גוט ווארט די גרופ איז געמאכט נאר פאר יודן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה. האט אלע א פרייליכן טאג. דא קענט איר אריין שיקן אייער גוט ווארט צו @everytimewithasmilebot פאר אונזער וואטסעפ גרופ https://chat.whatsapp.com/Jlysr1wlnxS7aYkGksoD5Y
- Последний пост
- 24 июл.
- Последнее чтение
- 15 авг.
- Постов за неделю
- 0
- Всего постов
- 20
- Тип
- открытый
- Язык
- ydd
- Категория
- Новости и СМИ (по похожим)
- В каталоге с
- 15 авг.
- 1/24сутки в ленте
- 455
- 1/48двое суток
- 521
- 1/72трое суток
- 562
Оценка по просмотрам недавних постов: пост набирает почти всё за первые сутки.
Посты
געווען א איד וואס פלעגט אלץ גיין אויספאסטן אין קעמפ ווייל מיט קעמפ זייגער פאַסט מען אויס א שעה פריער.😂 קרעדיט: י.ח א גוט ווארט
מיין חבר טענה'ט אז ער איז בכלל נישט נייגעריג צו וויסן ווער ס'האט געוואונען די World cup, ער וויל פשוט וויסן וועם אינזין צו האבן ביי שלא עשני גוי.😂 קרעדיט: י.ח א גוט ווארט
ס'דא איין זאך וואס אפי' דער רייכסטע מענטש אויף דער וועלט, מוטשעט זיך דערמיט, אנטוען די זאקן נאכן שווימען.😂 א גוט ווארט
איינער האט געהאט א בעבי פרעגט אים זיין חבר באקומסט שוין די באקסעס? זאגט ער ניין ער האט נישט מעדיקעיד פרעגט ער עם צוריק סא פארוואסט האסטו געהאט א בעבי.😂 א גוט ווארט
ביים שערן פרעגט מיר די שערער 🧔♂️✂️: ווי אזוי הייסט דיין שוויגער? איך: אסתר! א מינוט שפעטער ⏳ שערער: ווי אלט איז דיין שוויגער? איך: 76! שערער: אירע חלות זענען גוט 🥖😋 איך: פארוואס פרעגט איר אזויפיל וועגן מיין שוויגער? שערער: ווייל יעדע מאל איך רעדט פון איר שטעלט זיך אייערע האר פון קאפ אויף 🤯🧑🦲 און עס איז גרינגער צו שערן ✂️ .😂 א גוט ווארט
א קינד איז אמאהל אהיים פון חדר זייער הינגעריג, די מאמע איז נישט געווען אינדערהיים, האט ער אנגערופן זיין מאמע אויפן טעלעפאון, מאמי, איך בין הונגעריג, איך קען מיר אויפשניידן אן עפל???...., האט די מאמע געזאגט, יא, שעפעלע, די 'עפל' איז אין פרידזשידער, די 'מעסער' איז אין לעדל, און די 'בענדעדזשעס' זענען אין די קעבינעט. א גוט ווארט
די וועלט פארציילט אז א אידישע מאמע קומט צו לויפן צום רעבין אז איר זון איז נעבעך משוגע געווארן, ער האט זיך גענומען עסן "דבר אחר" פלייש און טאנצן מיט שיקצעס... האט דער רבי איר געזאגט... "ווען דיין זון וואלט געגעסן שיקצעס און געטאנצן מיטן "דבר אחר", זענט איר גערעכט אז ער איז משוגע, אבער אזוי וי איר פארציילט איז ער בלויז א שייגעץ...! קרעדיט: @bilibones
א חסיד קומט צום רבין און קרעכץ: "רבי, איך האב א גרויסע צרה. מיין ווייב רעדט צו זיך אליין!" רופט זיך ארויס דער רבי מיט א שמייכל: "דאס איז א צרה? א צרה איז ווען זי מיינט אנדערע רעדן צו איר... דאס וואס זי רעדט צו זיך אליין מיינט בלויז אז זי האט ענדליך געפונען א קלוגן מענטש מיט וועמען צו שמועסן!" א גוט ווארט
געווען א יונגערמאן וואס איז געווארן א עושר שלא כדרך הטבע שפעטער האט מען אים איינגעזעצט כדרך הטבע א גוט ווארט
עפעס א אינגערמאן אויפן פליגער האלט מיר און איין אויפוועקען פון שלאף. יעצט פאר מנחה, און נאכדעם פאר מעריב, איך האב איהם געזאגט אז איך האב מיר נעכטן גע'שמד'ט איך האב פשוט נאך א בארד אין פיאות ווייל עס איז ספירה.😂 א גוט ווארט
איינער זאגט מיר אז ער האט לעצטנס געקויפט אראבישע הויזן עס רייסט זיך אויף.😂 א גוט ווארט
אין מירון שרייט ר' אלימלך בידערמאן: י-ב-ט-ל כל הגזירות אין קערעסטיר האב איך געהערט ווי מ'שרייט: י-ב-ש-ל כל הקדירות.😂 א גוט ווארט
איינער זאגט מיר אז ער טוישט קיינמאל נישט קיין וועש, ער האט מסורה אז מען טאר זיך נישט אוועק ריקן פון די לבוש.😂 א גוט ווארט
כהאב גענומען מיינע קינדער יעצט חול המועד האלטן. איך האב זיי גענומען צו זייער א טייערע פלאץ! עס הייסט דער געז סטעישאן.😂
האט איר שוין אמאל אריינגעטראכט פארוואס מען איז אזוי מיד ווען מען שטייט אויף אינדערפרי? ווייל עס שטייט אין ספרים אז אזוי ווי מען לייגט זיך אזוי שטייט מען אויף.😂
איינער האט געפרעגט א וועטער עקספערט וויפיל עס האט שוין געשנייט למעשה פון 12:00 ביז יעצט, האט ער גענטפערט א שיינע פאר מיליאן שטיקלעך.🤣 א גוט ווארט
רבותי מען זאל געדענקען אז מען טאר נישט עסן 2 המן טאשן אויף איין מאל וויל אז יא קען עס ווערן א (מגן דוד ✡️).😂
א שווער האט געפרעגט א חתן וואס דארפסטו א זייגער אדער א ש"ס האט ער גענפערט א אייפאהן, ווייל דארט האב איך ביידע, דער שווער האט דאס געהערט האט ער צוריק גענימען די טאכטער און געזאגט אז מיידלעך האסטו אויך אויף א אייפאהן.😯
יעדן טאג א גוט ווארט! די גרופ איז געמאכט נאר פאר יודן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה. האט אלע א פרייליכן טאג. אבער אזוי ווי אינז זענען שוין אויסגעלאפן פון גוטע ווערטלעך, סא אויב האט איר א גוט ווארט קענט איר עס דא אריין שיקן צו @everytimewithasmilebot א גרויסע יישר כח און אסאך הצלחה און האט הנאה
א איד איז געגאנגען צום דענטיסט און דער דענטיסט זאגט אים ער דארף א גרויסע טריטמענט. פרעגט ער וויפיל וועט דאס קאסטן? זאגט די דענטיסט 10 טויזענט דאלער.! זאגט דער איד איך פיל אזוי ווי איך באצאל דא פאר א קאר זאגט אים די דענטיסט. דו צאלסט טאקע פאר א קאר נאר נישט דיין קאר נאר פאר מיין קאר.😂