פאסטוך
Статистикаדו גליטשט ארום אויפן געוועב און זעסט חומר וואס עמיצער האט געלייגט, זיי נישט קיין פאסטוך, שמייכל נישט און שיק עס נישט ווייטער, ווער זאגט ס'איז טאקע ווי יענער שרייבט?! לאמיר עס צונעמען אונטער א פארגרעסערונג גלאז און מעגליך וועט זיך עס אנדערש אויסשטעלן.
- Последний пост
- 10 авг.
- Последнее чтение
- 14 авг.
- Постов за неделю
- 0
- Всего постов
- 20
- Тип
- открытый
- Язык
- ydd
- В каталоге с
- 13 авг.
- 1/24сутки в ленте
- 217
- 1/48двое суток
- 248
- 1/72трое суток
- 268
Оценка по просмотрам недавних постов: пост набирает почти всё за первые сутки.
Посты
היינט איז ער נאכאמאל אויף געשטאנען מיט עפּעס א גרויסע דויזע פון קאנפידענץ, איז ער געגאנגען פאר דעי ווייב, "איך שעם זיך נישט צו זאגן אז איך האב א טערעפיסט" #פאסטוך
שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס גארנישט גייט נישט ווי געפלאנט, גארנישט מיינט אפילו די סיירינען זענען אים צעבראכן. אבער פון די אנדערע זייט קוקט דאס אויס ווי ער איז פשוט אזא מין מענטש, ווייל למשל ווער לויפט נאך א קאר?... אזױ װי עס איז דא מענטשן וואס ווערן געבוירן גרושים, קען זיין פינקט זיי גייען למעשה זיך גט'ן אבער ער איז געבוירן געווארן אזא מין מענטש, קוקט אויס ער איז פון די וואס פון ווען ער איז געבוירן געווארן זעט מען שוין אויף אים אז ער גייט זיין אויף איינער פון די מינע ווידיאוס.... סתם געוואלט אויסשמועסן הצלחה רבה. #פאסטוך
זיין דעה אין קורצן אויף וויזעטינג דעי. מען דארף עס קענען האבן א גאנצע זוממער, אבער ווער דארף עס בכלל האבן. איז דאס א יא אדער א ניין וואס זאגסטו דא?? אויף אזעלכע חברה קומט צו זאגן "SHUT UP" #פאסטוך
נייע טרענד און קרית יואל 😂 נוסח בני יואל'ע 😝 וואס עפעס טרענד אדער וויאזוי דו ווילסט דאס רופן?! זייט ווען מוז יעדער האבן א קאר? פארקערט, דא דארף שטיין מיט גרויסע ווערטער "כל הכבוד" אז מען דארף איבריג פלאץ מעג מען זיך אן עצה געבן אויף א ביליגערן אויפן אויך. נאך אין קרית יואל וואו דארט מוז מען האבן א שיינע קאר, פול קרעדיט!! #פאסטוך
איך האב אייביג געמיינט אז צו זיין אן עסקן איז איינער פון די אידישע תאוות. איך קוק יעצט דא, ס'איז מורא'דיג, חברה שטייען מיט די אלעמען באקאנטע עסקנים וועסטלעך און שוויצן ממש ווי להבדיל ביי די אידן, יעדער שטייט אויף איין פלאץ קיינער רורט זיך נישט אבער דער עסקן גייט אהין אוו צוריק כאילו די גאנצע וועלט ווענד זיך אין אים... #פאסטוך
אויף דעם זאגט מען אז מען האט גארנישט אויפגעטון פון הארג'ענען חומעני?? אויב שטעלט ער זיך אזוי ארויס צום פובליק, פארוואס דארפן זיי בכלל איינער וואס פירט די רעזשים? ער איז גארנישט בעסער ווי זיין טויטע טאטע! וואס א חילוק צו מען ליגט אין דער ערד, צי באהאלטן אין א מייזן לאך?! שיק כאטש א מענטש אלץ שליח... איך הייב אן טראכטן אז אויב דאס איז געווען די בעסטע אויסוואל קען זיין אז ער לעבט שוין אויך נישט... ווער וואלט געווען גרייט אז מען זאל לייגן אן אויסגעבויגענע קארדבאורד אנשטאט אים בײ זיין אייגענע טאטע'ס לויה?! און קוק נאך אויף די רעספעקט וואס די חברה וואס האלטן דעם קארדבאורד געבן, דאס אליין ברענגט אראפ די מצב, איך קען דאס איבער קוקן נאכאמאל און נאכאמאל יעדעס מאל קומט מיר פריש צו לאכן, דאס איז עפעס מורא'דיג. #פאסטוך
ערשטנס איך זעה נישט פינקטליך אז אלעס זאל האבן עפעס מיטן א קעכער צוטוהן. ווייל דו האסט געזען אזא סעטינג וואס מאכט די פנים אויפגעבלאזן מיינט שוין אז דו דארפסט ארויסגעגעבן א ווידיאו? און וואס איז דאס די שפייען פון רעדן אויף אזא אופן? פעך! עס עקלט! סתם אביוזן א גוטע איידיע, און נישט נאר אביוזן נאר עס אראפ לייגן אויף אזא שלעכטע אופן, אז דו פרעגסט מיר, איך האלט אז דו דארפסט נישט טוישן די פנים, דיין פנים וואלט אויסגעזען אויפגעבלאזן אן דעם אויך. שוין העמיר ענדיגן דא. #פאסטוך
זאג נאר ביסט א קאזין פון די מחותן? איז איך וויל דיר נאר זאגן אז דאס איז א בר מצוה און גיי שוין ארויס פון דא!! נישט דא קיין פלאץ פאר דיר!! #פאסטוך
איך רעד נישט יעצט פון ארי, איך וויל זאגן אז ער ברענגט דא א שטארקע פוינט וואס עס איז נישט דוקא בײ קינדער, וויפיל מאל טרעפט מען אזעלכע מענטשן וואס האלטן נישט ביים טון עפעס וואס זיי דארפן טון, און מענטשן ווארטן און פרעגן וואס עס גייט פאר, ווערט דער וואס ווארט אויף די טובה, צו איך ווייס וואס נאך שולדיג פארוואס ער טוט דאס נישט, מיט תירוצים וואס עס קומען נישט אריין בכלל, ווי למשל דא שרייט ער וועגן הכרת הטוב... #פאסטוך
אז ער שעמט זיך נישט דאס צו זאגן, מוז זיין אז זיין שמעק וועט קיינמאל נישט אוועקגיין, ווייל דאס שמעקט פון שווערע טופשות #פאסטוך
ער האט גענומען אויף זיך א שווערע ארבעט, היינטיגע צייטן קען מען שוין נישט מחנך זיין מיט פעטש, מען מוז רעדן און געבן צו פארשטיין ביז די קינד זעט אז יא, מען דארף יעצט אזױ טון. איז די רבי'ס אין חדר רעדן זיך אפ אז ווען א קינד פירט זיך אויף ווי א הינט איז נישט דא וואס צו טון מיט אים ווייל נישט אייביג העלפט רעדן. און דא קומט ער מחנך זיין הינט, און נישט נאר דאס, נאר מיט די היינטיגע חינוך. אפילו שרייען וויל ער נישט, נאר קאמפלימענטס... ער האט גענומען אויף זיך א שווערע ארבעט מאכן הינט בעסער ווי מענטשן... #פאסטוך
https://t.me/yossigoldman16
https://t.me/yossigoldman16
וואס טוט מען אז עס איז נישט דא וואס צו טון מיטן טאג ווייל איך בין קלוגער פונעם סיסטעם? זיך דרייען אין קאווע שטיבל קען מען נישט ווייל דאס טוט דאך א יעדע בחור (דאס איז דאך א חלק פון די סיסטעם) איז ער אויפגעקומען מיט א ברעין-סטארם, מען גייט מאכן אזא ריוויאו אויף א קאווע שטיבל ווייל למעשה די קאווע שטיבל געבט וואס צו טון. און אזוי מאכט ער טאקע זיינע ווידעאוס, די קאווע שטיבל איז פיינע נייעס. פארוואס? ווייל עס האט א ריזיגע סעלעקציע פון האט-קאפס... #פאסטוך
מענטשן פארשטייען נישט, ווייל א מענטש איז פאפולער מיינט נישט אז ער האט צייט פאר יענעמ'ס משוגעתן, דו מוזט מיר נישט גלייבן אבער ליפא איז אויך א מענטש. דער אטאקירט אים דא... לאז אים אפ מען דארף אליין פארשטיין ווען מען קען מאכן אן אינטערוויא מיט א מענטש און ווען נישט, ער טוט דיר א טובה און געבט דיר דרייסיג סעקונדעס הייבסטו אן מיט אלע מינע חכמות און דו לאזט נישט נאך, פרעג וואס דו האסט צו פרעגן, זאג יישר כח און גיי מיט די ווינט וואס האט דיר געברענגט! #פאסטוך
איך וואלט מיך געשעמט זיך צו עדווערטייזן אויף אזא וועג, וואס ער זאגט דא איז אין קורצן: רבותי נישט פארגעסן צו מיטנעמען די וויכטיגסטע חלק פון וויליאמסבורג אין קאנטרי וואס דאס איז פיער פרעשור און מיר וועלן טון אלעס דאס צו אהערשטעלן. #פאסטוך
דער מנהל (א גוי'שע מנהל) האלט אפיר דעם יונגערמאן מיטן וועלט באקאנטן ''שטיי דא אויף די טייעל...'' ער איז א מחוצף, ער שרייט צוריק מה איכפת לי. איך גיי גראדע פאר די איידיע, ער רוקט זיך אן צו א הפגנה מיטן בלויזן קערפער, גיי טוה מיר עפעס. #פאסטוך
א גוט יאר ר' מענדל. וואס קומסטו מיר דא זאגן היינט? דו הייבסט אן רעדן מיט דעם אקדמות מילין ושרית שיתא'דיגע אויסרייד, אז ערעב מענדל קומט דא רעדן וויבאלד יעדער רעדט, און אויב אזוי מוז ער אויך רעדן וויבאלד ער פארמאגט דאך דער שופר פון כלל ישראל און מיינט נעבעך…
דער אקס האט זיך געטראפן אן קיין ארבעט האט ער אנגעהויבן צו זינגען גוי'אישע ניגונים... און קוקט אויס אז די פלאן גייט אזוי, דו קענסט נישט זאגן אז איך זינג נישט שיין ווייל אז דו זאגסט אזױ מיינט פשוט אז דו קענסט זיך נישט אויס, די ציקראצטע קול איז די שיינקייט... און יא דו וועסט נישט גלייבן אבער עס ארבעט, די אויפגעקלערטע פון די משפּחה מוזן אים ריפן. און דא האסטע, ער שפרינגט און טאנצט צעברעכט כמעט בענקלעך האלב עולם ווארט אז ער זאל שוין ענדיגן אבער למעשה געטראפן א דזשאב און פארטיג. #פאסטוך
היינט, ווען א בחור אדער אינגערמאן גייט פארביי דעם שוהל קארידאר און זעט די קינדער זיצן אין שטויב, קוועטשט אים דאס הארץ מיט אן נאסטאלגישן בענקשאפט. מיר בענקן זיך צו א צייט ווען אונזערע אלע דאגות און פראבלעמען האבן זיך געענדיגט ביי דעם קליינעם לאך אין דער ערד. נישט קיין טעלעפאנען, קיין בילס, קיין פאליטיק, קיין קאמפליצירטע וועלט. די גאנצע וועלט איז געווען א שטיקל ערד און פינף קליינע זילבערנע קוגעלעך. מען דערמאנט זיך די שמחה ווען מען איז אנגעקומען דאס ערשטע מאל צו די פערטע חלק, דאס ערשטע פאטש כף, וויפיל שעות זענען אריין געגאנגען זיך צו לערנען די פאך פון א דאבל פאטש. די פארענטשעס אין שול בשעת די דריי קינדער וואס האבן שוין אמאל גענדיגט אלע פיר און צוואנציג חלקים שפילן צוזאמען. מען פלעגט אהיים קומען יעדן טאג מיט שווארצע הענט ווייל אינדערהיים האט מען דאך נישט געקענט שפילן, מען האקט אויף די שכן'ס קאפ האט מען געמוזט שפילן ווי מער און חדר אין די שמוציגע לאנטש רום האלוועי. ווען מען קוקט צוריק, פארשטייט מען אז די קוגעלעך זענען געווען אונזער ערשטער שיעור אין לעבן. מען דארף גוט כאפן, מען דארף האבן געדולד, אמאל געווינט מען, אמאל פארלירט מען, אבער דאס וויכטיגסטע מען שפילט אינאיינעם, אויף דער ערד, מיט אן אמת'דיגקייט וואס נאר קינדער קענען פארשטיין. אוי ס'בענקט דער לויטערקייט. ווי נעמט מען די יונגע יארן. #פאסטוך