tgindex
ציפעדיגע ארטיקלען

ציפעדיגע ארטיקלען

Статистика

א פלאטפארמע ווי ס'קומט יעדן טאג ארויף א ציפעדיגע ארטיקל וואס ציפט פאר געוויסע מענטשן

Последний пост
16 июл.
Последнее чтение
13 авг.
Постов за неделю
0
Всего постов
20
Тип
открытый
Язык
ydd
В каталоге с
13 авг.
Подписчики
247
мало замеров
Замеров пока мало
Сутки
0
0,00%
Неделя
 
Месяц
 
Просмотров на пост
552
20 постов
Вовлечённость
223,5%
к подписчикам
Постов в день
0,0
всего 20
Упоминаний
3
каналов
Охват размещения
оценка
1/24сутки в ленте
1/48двое суток
1/72трое суток

Оценка по просмотрам недавних постов: пост набирает почти всё за первые сутки.

Посты

  • פאר די וואס כאפן נישט וואס גייט פאר, די ארטיקל באציט זיך צים טויט פון סענאטאר לענזי גרעם. די חידוש מיט זיין טויט איז, אז ער איז געציילטע טעג פריער געווען אויף א לענגערע באזוך און אוקריינע. דאס האט געברענגט מענטשן אויפקימען מיט פארשידענע שפעקעלאציעס, און אונזער היינטיגע ארטיקל באציהען אינז זיך צו א דמיון און קאפ פינעם שרייבער ווי אזוי די מעשה האט זיך געקענט אפשפילן אין רעאליטעט. חלק ב' וועט נאכפאלגן מארגען אי"ה...

  • שווערע היצן האט זיך געשפירט אין די גאסן פון אוקראינע, אלע דורכגייער זענען געווען אדורך געווייקט נאס שוויציג, ממש ווי ס'וואלט געגאסן פון הימל. יעדער האט זיך געאיילט ווי שנעלער זיך צו טרעפן אינטער א צימער באשיצט מיט קעלט, אזוי ווי אייביג און דעם סעזאן אינעם יאר דארטן. חוץ אפאר מענטשן. געשטאנען זענען זיי און פראנט פון א פאבריק, וועלכע מאנכע צייכענען אן אז ס'איז גאר א פראדוקציע ארט, פאר די בארימטע מיליטערישע דראונס פינעם לאנד, וועלכע ניצט עס אין איר יעצטיגע קאנפליקט מיט רוסלאנד. די מענטשן וואס שטייען און די היצן, האבן באשיצט א בנין ווי עס האט זיך אפגעשטעלט געציילטע מינוטן פריער א מאטארקאדע, פון זיבען שווארצע מערצעדעס אויטאס, און פיר מאטארביציקלעך, די באפאנצערטע אויטא'ס האבן פארקירערט, און אירע באנוצער זענען אריין און דעם בנין. קיינער פון די איינוואוינער פינעם שטעטל ווייסט נישט פינקטלעך ווער די כבודפילע מענטש וועלכע געפינט זיך יעצט אינעם בנין איז, אבער מ'ווייסט צו אנצייכענען אז ס'איז גאר א הויכראנגיגע אפיציר, אנדערע שפעקולירן גאר אויב ס'איז די פרעזידענט זילענסקי אליינס. אבער די אמת ווייסט נישט קיינער און קיעוו, חוץ די אמעריקאנע וועכטער וועלכע היטן אפ פון אינדרויסן דעם געביידע, און די פאר נאנטע צו די בארימטע אקטיאר, און היינט פירער פינעם לאנד , על כל פנים אזוי האבען זיי געמיינט... זיי האבן נישט געוויסט אז ס'איז דא נאך מענטשן, וואס האלטן דא א שארף אויג, איבער וואס ס'קומט פאר ביי דעם געהיימעניס פילע באזוך און האבן שווארצע פלענער. אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען די מאכטפולע סענאטאר לענזי גראם, פון נארט קאראליינע האט געלאזט וויסן פאר די הויכע אוטאריטעטן און די פאראייניגטע שטאטן, וועגן דעם אז ער פלאנירט א באזוך אין אוקראינע. זיי האבן אים באלד געגעבן די צושטימונג, אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום סכנה פארבינדן מיט זיין באזוך, אין ער קען זיך זאפארט ארויס לאזן פארשטייט זיך מיט וועכטער. ס'איז אים געווען אויפפאלנד, וויבאלד ביי זיינע פריעדיגע באזוכן האט ער געהאט א שווערע צייט, ביז ער האט באקומען די יא, ער האט געדארפט ווארטן ביז א צאל שווערע אינטערזיכונגען ווערן געמאכט. אבער ער האט עס אוועק געמאכט ביי זיך אין קאפ, מיט'ן טענה אז זיי האבן שוין די דאטא פון די פריעדיגע באזוכן, און ווייסען אז ס'איז נישט קיין פראבלעם. אין מיט די מחשבות און קאפ, האט ער זיך גענומען צו די טעכנישע ארבעט, אויסצושטעלן זיין רייזע פלאן. א נאכט פאר'ן אפרייזען. די שטארקע סענטער חזרט איבער זיינע דרשות, וואס ער גייט געבן ביי פארשידענע אינסטיטוציעס, און פאליטישע אסיפות, באקימט ער א ריף פון זיין סעקרעטארשע, אז מ'האט געבעטן פינעם ווייסן הויז אז ער זאל זיך דריגענד פארבונדן נאך פאר ער פארט. ער האט גלייך פארשטאנען אז עפעס נישט פשוט קימט פאר, און שוין אנגעהויבן מורא האבן אז ער גייט דארפן אפשטופן זיין רייזע, מיט אפאר טעג. ער האט ארויס גענומען דעם טייערן עפל טעלעפאן, וועלכע ער האט זייער געגליכן און זיך פארטראכט, ווי זייט 2015 ווען ער האט פארטוישט זיין פליפ פאון פאר אן מאדערנע טעלעפאן מיט אינטערנעט, האט ער זיך אלס מער פארליבט אינעם עפל, און האט זיך נישט געקענט זעהן האבן אן אנדערע. " האלעי" האט אן אנגעצויגענע שטימע איבערגעהאקט זיינע מחשבות, אה יא עה עה כ'האב מיך נישט געכאפט אז ס'ריפט שוין, אנטשולדיגט מיסטער פרעזידענט האט ער ארויסגעשטאטערט. און אנשטאט די פריינטליכע פירער זאל מאכן עפעס א וויץ אויף דעם, אזוי ווי זיין סדר, איז געקומען א שנעלע אנטווארט, "קים ווי שנעלער אריבער צו מיין אפיס". איך בין שוין אין מיין היים און נארט קאראליינע, ס'איז אזוי וויכטיג אז איך זאל מאכן די גאנצע איין אהאלב שעה'דיגע נסיעה, און קימען מיט  א מיליטערישע עראפלאן? "יא"האט דער מאכטפולסטער מענטש און דער וועלט געענטפערט מיט א ציטער. אמעריקע איז און  שרעקליכע סכנה, ס'איז אן עמערזשענסי!!!

  • צאלן א טייערע פרייז, און די קאנטאקט מיט יענעם גייט ווערן איבער געריסן. אפאר שעה שפעטער: "כ'זאג ענק צו איך האב נישט געוויסט" צעוויינט זיך יצחק נאכאמאל, צים קאלטע אויספארשער, "ס'גייט מיך נישט אן" זאגט ער, "קענסט פראבירן צי אריינמישן וויפיל חרדישע עסקנים די ווילסט, די ביסט א שפיאן אין די גייסט נישט ארויס פון דא!!! " זײנע רעדלעך און מח דרייען זיך ווילד, ער דערמאנט זיך פון זיין כלה וואס ווארט אויף זיין קידושין, זיינע חברים וואס ער האט געפלאנט צו האבן ביי זיין חתונה, זיין ליבע ברידערס און שוועסטער, ווי אזוי גייען זיי עס אויפנעמען? גייען זיי אים גלייבן, אז ער האט נישט געוויסט פאר וועם ער מאכט בילדער? אבער פארוואס זאלן זיי אים גלייבן? און מיין טאטע און מאמע וואס גייט דא זיין, זיי גייען עס נישט איבער לעבן, זייער שווארץ אפעל האט אוועק געגעבן זיין פרייהייט פון לעבן פאר אביסל געלט??? וואס טיט מען דא, בושות!!!! מיין לעבן גייט שוין נישט זיין ווערד גארנישט, אלס פאר אביסל געלט, מיט אומפארזיכטיגקייט, וויינען איז שוין נישט קיין אפציע... די ביסט נאך נישט אריינגעפאלן אין אזע פלאץ, געב זיך אכטונג מיט וועם די האנדלסט מיט טויזענט אויגן, קענסט קיינמאל נישט וויסן ווער יענער איז. די מעשה איז אן אמת'ע, די נאמען איז עכט, און ער לערנט אין חבורת באראנאוויטש און יורשלים, היינט זינטאג האט זיך אנגעהויבן די קארט קעיס, לאמיר האפן פאר די בעסטע... א פראיעקט דורך ציפעדיגע ארטיקלען.

  • יענע נאכט איז געווען פאר אים א דורכשניטלעך לילה, אזוי ווי אלע זיינע פריעדיגע פון זיין לעבן, זיינע מחשבות זענען געלאפן אויף א צעמישטע וועג, נישט קענענדיג אפמאכן וועם ער זאל נעמען פאר א זינגער ביי זיין חתונה. א מסקנא איז געשלאסן געווארן, נאך צען מינוט ליגן אין בעט מיט די געראנגל, אז ער וועט שוין מארגן פרעגן זיין נאנטע חבר מעכיל, וועלכע שלאפט אויך אין זײן דירה גראדע. און א טיפע שלאף האט ארים גענימען  יצחק'ס  ארעמס, װען א ראויגקייט דערקענט זיך אויף זיין געזיכט. א לייכטקייט פילט זיך אינעם צימער, די פיר ווענט ווייסן צו זאגן וועגן אירע איינוואוינער, אז זיי זענען דאגהלאזע פארשוינען, און גארנישט ליגט זיי נישט אויפ'ן קאפ. אפאר שעה שפעטער: "וועלכע מין עראפלאן איז דאס?" פרעגט ער הויכערהייט, דעס איז פיצי איך קען עס אויפהייבן מיט מיין האנט, ער נעמט עס ארים מיט זיינע פינעף פינגערס פון זיין רעכטע האנט, אבער די קאלטע ציפ וואס ער באקומט צוריק פון דעם, געבט אים אוועק אויף פון זיין רואיגע שפאציר אין די וועלט פון שלאף פאנטאזיע, גערופן חלומות. "די קאלטע אביעקט איז א ביקס געבט ער א שריי" זיך דערוועקענדעג פולקאם, וואס גייט פאר? ער געבט אזע קיק ארויף פון ווי די שיסער קימט אן נעבן זיין בעט, און ער זעהט אן האנט האלט עס אן געצילט צו אים. א בליק ארויף צו די אייגענטימער פון די האנט, און א גאס פון שאק כוואליעס אויף זײן גאנצער קערפער נעמט איבער זיין גוף, ס'איז א מענטש מיט א פארמאסקירטע פנים, און נאכאיינס, און נאך, יוי וויפיל איז דא? ער קען נישט זעהן, אבער ער פילט ווי די צימער איז געפאקט מיט אזעלכע פארשוינען. זיין אינסטיקטען דערמאנען אים אז ער האלט אינמיטן שלאפן, און ס'איז העכסט וויירשענליך א שלעכטע חלום, 'וואוו איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא שרעקליכע חלום', טראכט ער זיך דרייענדיג צי די אנדערע זייט. אבער ווי נאר ער וויל זיך צוריק אריינלאזן אין די וועלט ווי נאר שלאף עקזיסטירט, כאפט ער א זעץ און רוקן, א צישאקעלטער וויל ער צירוק געבן א זעץ פאר די שלעגער, אבער ער זעהט נאכמאל ווי ס'איז דא די שרעקעדיגע פארמאסקירטע מענטשן ארום זיין בעט, "וואס גייט פאר?!" נעמט ער זיך שרייען קולות "גייטס ארויס פון דא" ער וויל שרייען ווייטער, אבער ער פילט ווי א שטארקע האנט פארדעקט זיין מויל, אויב די וועסט שרייען, און בחורים פון דיין דירה וועלן זיך אויפוועקן, וועט דיר נאר זיין ביטערער זאגט אים יענער אויף עבריאש. ער הייבט אן כאפן אז עפעס ערנסט גייט פאר, אבער ער קען נישט כאפן וואס פינקטלעך, "ווי איז דיין טעלעפאן?" פרעגט אים א גראבע קויל, און מיט גרויס ציטער שטאמלט ער ארויס, "צווייטער לעדל" איינמאל ס'ליגט אין זייער הענט, פילט ער ווי א דיקע האנטוך ווערט אריינגעשטופט אין זיין מויל, זיינע הענט און פיס ווערן פארבינדן מיט אייזענע קייטן, וועלכע לעכערן דורך זיין הויט. מ'הייבט אים אויף און פירט אים ארויס, ווי א הינט שלעפט ער זיך אויפ'ן ערד, ווען יעדער מאל ער וויל זיך אפשטעלן, כאפט ער א זעץ און רוקן מיט א בייטש, וואס רייסט אריין ביז זיינע טיפסטע ביינער. זיי שלעפן אים ארויס מיט אכזריות פון זיין צימער, ער עספיעט ער נאך צו זעהן ווי זיינע מיטשלאפערס האבן אפענע אויגן, און קיקן נאך זיינע טריט מיט שרעק, 'פארוואס נעמען זיי זיך נישט אן פאר מיך, זיך ארויסצודרייען פון די שרעקעדיגע פארמאסקירטע פערזאנען' טראכט ער צו זיך מיט פאריבעל, אויף זיינע נאנטע חברים. ווייניג ווייסט ער אז מ'האט זיי שוין אנגעווארנט, פאר ער האט זיך אויפגעוועקט, אז זיי זאלן נישט רעדן צו קיין באשעפעניש אויף די וועלט, פון וואס זיי גייען זעהן דא, ווייל אז יא וועלן זיי אפשניידן די זעלבע. די הימל אינדרויסן האט שוין אנגעהויבן ווערן ליכטיג, ווען מען האט אים ארויס געפירט אויפ'ן ירושלימער געסער, א סקורך איז אים אדורך זיינע ביינער, 'איז היינט מיין לעצטע מאל וואס איך זעה די הימל???' די מערסט פיינפילע נסיעה וואס ער האט נאר געהאט און זיין לעבן, האט ער יעצט געפילט, ווען זיינע מחשבות קענען נאכאלץ נישט פראצעסירן, די שרעקליכע לאגע ווי ער איז אריין געפאלן. פארוואס, פארווען, קען ער נישט פארשטיין, ניטאמאל פרעגן קען ער, צוליב וואס זיין מויל איז פארשטאפט, וואס? וואס? וואס? איז נאר דא איין מחשבה וואס טאנצט אים נאך 'פארוואס איז עס געשען???' אפאר שעה שפעטער, און א קליינע תפיסה צעל ליגט ער אויפ'ן ערד, ווען ער האפט אז איינער טריפט אויף אים, ווייל אנדערש קען ער נישט מאכן סדר פינעם סיטואציע, א פשוטער נארמאלער בחור וואס טיט גארנישט שלעכט, וואס גייט פאר? איך גיי אים נישט מוחל זיין! איז די החלטה געקומען, ווען מ'גייט כאפן אז מ'האט געמאכט א טעות אינעם מענטש,  אדער ווען ער גייט געוואר ווערן אז איינער האט זיך נאריש געמאכט אויף זיין חשבון, גייט יענער

  • без подписи

  • אינז גייען מיר מאכן א פאול אנגעהויבן פון די וואך, אויף א געוויסע אינדוסטריע יעדע מוצאי שבת ווער ס'איז די מערסטע פאפולערע היימישע איד און דעם. די געווינער'ס ביאגראפיע וועט ערשיינען יעדן קומענדיגע זינטאג, באגלייט מיט גאר אסאך זאכן וואס קיינער ווייסט נישט וועגן אים. די פאול גייט זיך צומאכן יעדע פרייטאג ביים זמן און לויט ווי ס'איז געשטאנען דעמאלטס איז די געווינער אפילו אויב נאכדעם טוישט זיך עס. האלטס ענק געשפאנט...

  • די ארטיקל האט המשך מיט א גאר אינטערסאנטע אקציע וואס די מוסד האט אינטער גענימען, צו כאפן די טעראריסטן אויב ס'איז אינטערסאנט לאזט מיר וויסן.

  • גרינע גראזן האבן זיך אנגעזען אויפ'ן גאנצען האריזאנט, פון אלע זייטען האט געשריגען לעכטיגקייט, און פאר די ישראלישע שפילערס וועלכע זענען נארוואס אנגעקומען קיין דייטשלאנד שפילן די בארימטע אילמפאק שפילן האט די גאנצע אטמעספערע ממש געלאכט, ס'האט פאר זיי אויסגעזען ווי די גאנצע וועלט גלאנצט. ס'איז טאקע נישט געווען זייער ערשטען מאל זיי שפילן, אבער דאך נאר זייער זעקסטע, ווען א יונג לאנד האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פון די בעסטע שפילערס און אזע קורצע צייט. דאקעגן אויך פאר דייטשלאנד וועלכע האט דאס יאר אריין גענומען די וועלטליכע שפּיל, האט אויך די זין ספעציעל געגלעט ווען דאס אריינברענגען די וועלטליכע אויגן געוואנדענע שפיל דארף כאילו צו ווייזן אז זי האט זיך שוין ערהוילט פון די בריטאלע צווייטען וועלט'ס קריג, ביז אזע מצב אז אפילו מדינת־ישׂראל קען שוין קימען שפילן ביי זיי און לאנד, טאקע א געווינס. ווייניג האבן זיי אבער געוויסט וואס ס'וועט זיך אויסלאזן... די שפילען האבן זיך אנגעהויבן מיט א שטורעם, ווען און יעדען איינציגן שפילער ליגט אין קאפ, אז דו ניינצן צוויי און זיבעציג אלימפיק שפיל גייט זיין א סוקסעס, וואס גייט איבער שרייבן די נייע לאנד'ס נאמען אלס אן הצלחהדיגע פלאץ, וועלכע שארט ארויס געווינסען פון אינטערן ארבעל איינס צוויי... אין א רואיגע פארטאגס ווען די גאנצע אלימפיקס גאסט הויז ווי אלע ספארטלער זענען געשלאפן איז געווען פארזונקען און טיפע שינה, האט זיך משה וויינבערג די טרעניר פון די גריפע זיך אויפגעוועקט צו שרעקליכע קולות וועלכע האבן אים אויפגענייעט פון די שלאף פעדעמער, מיט שרעק איז ער ארויס געגאנגען קיקן וואס גייט פאר אבער זיינע ווילדסטע חלומות האבן אים אזאנס נישט געקענט אויפשפילן. א גאנצע גריפע פון פארמאסקירטע פערזאנען האבן אריין געשטורעמט אינעם בנין, און מיט קולות וועלכע האבן שוין אוועק גע'גנב'עט די שלאף פון די אנדערע איינוואוינער, געשריגן "עטס זענטס פארכאפט טויט פאר די אידן, די פאליסטינער שטארקייט קימט אן ביז דא". משה האט פארבירט זיך צו אמפערן מיט די מלאכי חבלה, פאר די לעבנס פון זיינע חברים, אבער נישט לאנג האט גענומען און ער איז געפאלען אויפ'ן ערד נאר מיטן גוף אבער די נשמה האט איר שוין פארלאזט, די גריפע מיטן נאמען שווארצע פלאסטינער האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויפ'ן פארכאפונג, בעת וואס זיי בעטן די באפרייאונג פון 234 פארשאלטענע בליטדורשיגע פלאסטינער טעראריסטן זאלן באפרייט ווערן, און צוגאב צו צוויי דייטשע טעראריסטן און אויסטויש פון די עלעוו מדינות ישראל ספארטלער. די וועלט האט זיך יענעם פרימארגן געגרייט צו מיטהאלטן די המשך פון די שפילן אויף טעלעוויזיע, אבער אנשטאט דעם איז ארויף געקומען אנדערע זאכן און נישט קיין גיטע מילד גערעדט, די נייעס איז פארשפרייט געווארן ווי א פייער און א דארן פעלד, ווען דייטשלאנד ווערט יעדעס מאל פון פריש רויט אויף די שווערע בושות וואס איר לאנד האט, און דעם מיאוסען פלעק וואס איז נישט אראפ פון זייער נאציאנאלע שטאנד נאר שטערקער געווארן. און ליכט פון די שווערע פרעשור וואס די געשיכטע האט געלייגט אויף די דייטשע טאטעס, ווען די שוואכקייט פונעם לאנד איז געווען נאקט פארן וועלט האט זיי גענימען א ריזיקאלישע ספעציעלע אקציע אויף זיך ארויסציראטעווען די מדינות ישראל פארכאפטע. זיי האבן אויסדערוועלט דערפאר זייער בעסטע מערסט געלערנטע סאלדאטן זאלן אויסשיסן אלע פלאסטינער וועכטער וואס שטייען ביי די פארכאפטע און געבן אכטונג אויף זיי, און אזוי ארים די מינוט ס'איז נישט דא קיין וועכטער קען מען שוין אראפ ברענגען די רוצחים צו די פיס און זיי אים ברענגען. אבער איין זאך האבן זײ פארקיקט וואס האט זיי ביטער פארפלאנטערט, 'טעראריסטן זענען נישט קיין מענטשן, און מ'קען זיך נישט אויסרעכענען מיט זיי,' ווי נאר די שיסעריי אויסטויש האט זיך אנגעהויבן צווישן די דייטשע און די פלאסטינער האבן זיי גלייך איינגעזען אז די לאנד האט די אויבערהאנט און זיך גענומען סטראשן אז זיי גייען אויסהארגאנען אלע משכונות אויב גייט מען שיסן אויף די טעראריסטישע וועכטער, אבער די דייטשע גראדקייט האט נישט געטראכט אז די בייזע סטראשע איז זייער ווירקליכע פלאן און איז ווייטער געגאנגען מיט די אקציע וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס שרעקליכע דורכפאל ווען קיינער פון די עלעוו משכונות איז נישט געבליבן לעבן!!! דייטשלאנד א לאנד וואס איז נישט גיט פאר אידן...

  • אקעי חברה וויפיל מאל איך האב שוין געטראכט צירוק צו נעמען די פעדער אין האנט, און נאכאמאל אנהייבן ארויס לאזן א זאפטיג ארטיקל טעגליך, האבן די וואטס מיך נאכאמאל שאקירט ווי שטארק ס'וואקעלט זיך. אין כ'האב אפגעמאכט צו ווארטן נאך אביסל, אבער איך מיין אינז זענען שוין אנגעקומען צו א פוינט ווי מ'קען זאגן אז ס'איז גענוג, און זינטאג צוויי אזייגער אינדערפרי (אמעריקאנער צייט) לויט ווי די וואטס שטייט אזוי בלייבט עס!!!

  • די עולם קען אליינס זעהן וואס די סובסקרייבערס שרייען. אלזא אנגעהויבן פון מארגן, גייט מען אנהייבן ארויס שטעלן יעדן טאג אן אנדערער סארט ארטיקל. חברה בלייבטס געשפאנט, ווייל די זיבן זאטע יארן פון די פלאטפארמע, הייבט זיך יעצט אן!!!

  • без подписи

  • השמיענו את קולך דער בראך פון כלל ישראל. טעכנאָלאָגיע, א נושא וואס יעדער איינער וואס זיינע אויגן פאלן נאר ארויף אויף דעם ארטיקל, איז אויף אזע וועג צו די אנדערער וועג פארבינדן צי דעם. די מעלות וואס זי ברענגט מיט זיך איז אימבאשרייבאר, און קיינער טענה'ט זיך נישט דערויף, אבער פון די צווייטע זייט ווייסט אויך יעדער איינער אז דו סכנה וואס זי טראגט מיט זיך איז אויך אימבאשרייבאר. די יאר תשע"ב איז געווען א צייט ווען די רבנים האבן זיך געכאפט ביים קאפ, אז דו נייע טעכנאלאגיע קען צערייסן מענטשן'ס לעבנס פאר אייביג. און אין ליכט פון דעם פארריפען א ריזען ציבור צו א מעכטיגע כינוס כלל ישראל, ווי יעדער נארמאלער מענטש איז קלאר געווארן, דאס איז נישט קיין אפציע חוץ לצורך פרנסה. די יאר ריקט זיך און ערגעץ ווי שפראצט ארויס א נייע ארגענעזאציע, מיט'ן ציל יא הערטס גיט ס'איז נישט קיין פיקטיווע אויסגעטראכטע געשיכטע, צו טעראריזירן דער וואס האט טעכנאלאגיע, נישט קיין חילוק צו די ביסט א רפואה עסקן וואס דארף עס האבן צו ראטעווען פיקוח נפש קעיסעס, אדער א פשוט'ע יונגערמאן וואס דיין רבי האט געזאגט אז די מעגסט עס האבן לצורך פרנסה. נישט קיין שום חילוק אינז זעמער דא דיר צו משוגע מאכן דאס איז עס, און פון דעם איז ארויס געוואקסן א גליון פארריפען השמיענו את קולך, איך ווייס נישט פינקטלעך וואס די נאמען דארף ארויסצוברענגן, אבער איין זאך איז קלאר ניטאמאל האבן זיי זיך געקימערט פאר א קריעטעווע שם פאר'ן בלעטעל. און מיט דעם איז מיטגעקומען א פקעדזש פון נישט אינטערסאנטע ארטיקלען, וואס ציעהן בכלל נישט קיין אויג, מיט מעשיות וואס גאנץ ראדני ווייסט שוין אז דאס איז פרוכטבארע חלומות פון עפעס א שרייבער, וואס ברענגען כלומרשט ארויס אז אויב מ'שטייט ווייט פון א כשר'ע קיאסק ווערט מען געהאלפן מיט אלע ישועות ברוחניות און בגשמיות... און אזוי איז די גאנצע נושא געווארן א בעבישע כאניקעשע זאך, וואס די נארמאלער איד האט גארנישט מיט דעם. נאך א גיטע פאר יאר וואס ס'איז אנגעגאנגען אזוי האבען זיך די עסקנים געכאפט וואס טיט זיך, אין שנעל געעפנט א גליון געריפען הבדלה בליצן, א גאר קריעטעווע נאמען, אנשטאט צו עס לייגן אין בית מדרש אז יעדער מאל וואס די זעסט עס זאלסטו דיך דערמאנען פון שלש סעודות, שיקן זיי עס אריין ביי דיר אין פאסט קעסטל, אז זאלסט קענען הנאה האבן פון דעם ווען די פילסט אז ס'איז א גיטע צייט. רייכע קאלירטע בלעטער וואס ציעהן אן אויג, מיט אינטערוויוס פון ביזנעסלייט, ווי אזוי מ'קען ניצען אינטערנעט נאר לצורך די ביזנעס. א מחיה פון א אויסגאבע, אבער וואס זאל מען טוהן אז די פאררעטערס האבן שוין אויסגעכאפט, און ווען מ'זעהט נאר די ווארט טעכנאָלאָגיע דערמאנט זיך פון אויסגעטראכטע מעשיות, ווי אזוי מ'איז געהאלפן געווארן דורך נישט בארגן א כשר'ע פליפ פאון מיט טעקסט פון אן אנדערער... און אז מ'טאר זיך נישט דרייען לעבן סמארטיסטן... אויף דעם זאגט מען עקסטרימיזאם מאכט חרוב וועלטן!!!

  • https://t.me/fartugsshpatzir

  • ס'איז נישט קיין סוד אז די היימישע ציבור איז באשאנקען געווארן מיט מוראדיג נארמאלע מענטשן, בעת ווען ביי אנדערע קרייזן קען יעדער טוען וואס ער וויל, איז ביי אינז דא מחשבה פאר יעדער זאך צו ס'גייט געבן א גיטע בליק אויפ'ן מענטש אויפ'ן גאס אדער פארקערט. פילע האבן עס שוין פארבירט צו ציברעכן, און צווישן זיי די לעגענדארע זינגער ליפא, וואס האט אפילו געזינגען א ניגון איבער דעם נושא, אבער למעשה ווען ער האט עכט געטוהן וואס ער האט געוואלט, האט ער קייין פרנסה נישט געהאט. וואס ער האט למעשה געטועהן ווייסט יעדער איינער, ער האט געמאכט א מעמד חוזר בתשובה און זיך אפציעל אנגעטון די פעי פרעשיער בגדים, און אנדערע ווערטער זיין אקציע איז דורכגעפאלן. מיילעך קאהן איז געווען פאר א שטיק צייט א שטערן וואס דער גאנצער עולם איז געגאנגען זיתים מיט רימונים פאר אים, זיינע ניגונים ווי יעדער איינער, און אבי יתומים, איין טראפ וואסער, און נאך פיל, זענען געווען די אונטערברימאכץ פון יעדער נארמאלער מענטש. פארוואס ווייל ער האט א שיינע קול? אויב די מיינסט אזוי הער יעצט איבער זיינע ניגונים און זאג דו מיר וועגן זיין שטימע, הארץ איז אויך נישט געווען זיין ספעצעילטאט, ענערגיע האט זיך בכלל נישט צאמגעטראפען מיט אים. איז וואס ליגט טאקע אינטער דעם אינז פלעגן גלייכן משוגעים!!! די הייליגע פעסטער רבי מיט זיינע זיסע  אלבומען, פעסטערייז, באנדאש וכו' אפילו די צייטן ווען ראפי איז געווען שטארק איז שוין גענדיגט, מיילעך קאהן האט פארבירט צו ארויס קומען מיט נאך אן אלבום אבער קיינער האט עס נישט אנגעקיקט, די מערסט משוגענער זינגער היינט אויפ'ן ארענע, איז שרולי גרין וועלכע איז עכט א נארמאלע מענטש . גארנישט אינז זעמער צוריק די נארמאלע כלל ישראל, וואס קען נישט דילדען משוגעים נישט ווייל אינז האבן עס נישט ליב, פשוט ס'פאסט נישט... א שאד מ'וואלט געקענט האבן אזוי סאך פאן...

  • без подписи

  • די ארטיקל איז געשריבן געווארן א ביסל און איילעניש פשוט צו האַלטן די זאך אז מ'לייגט ארויס יעדן טאג א ציפ, נאכדעם וואס די לעצטע פאר טעג בין איך געווען גאר ביזי מיט א נאנטע משפחה שמחה חברה ס'גייט ווייטער קימען יעדן טאג הייסע קאנטוט!!!

  • יעדער איינער האט זיך די פאר מענטשן וואס ער קען עכט נישט דילדען, נישט ווייל איך בין שולדיג פשוט יענער איז א שלעכטע מענטש, און ס'קען זיין אז גערעכטיגקייט איז אויף דיין זייט, לאמיך דיך מיטיילן מיט די מענטש וועם איך קען נישט דערליידן, און ס'קען זיין אז איך בין גערעכט. יענער איז א פאפולערער מענטש אבער נישט ווייל ער האט סיי וועלכע טאלאנט נאר ווייל ער קען אראפרייסן. פוי. נישט ווייל ער ברענגט ארויס א גיטע פאנטשליין אדער ער קען דיך איבעררעדן צו קויפן אן אייטעם סתם ווייל די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז די מענטש זאל זיין פאפולער. זיין נאמען שטעל איך זיך פאר איז ענק שוין אלע באקאנט די אלעמען באליבטע יוסי בראך וואס קען גארנישט חוץ צידריקען מענטשן און זיך האלטן פאר די מערסט געלונגענע באשעפעניש אויף דעם כדור הארץ. איינער האט אמאל געזעהן ווי ער רייסט אראפ דעם איזראעלי צי דעם לאנדאנער אדער גאר דעם מאנטרעאלער אידל בקיצור גאנץ יהדות חרדות חוץ שווייץ ( פשוט ווייל ער איז נאכנישט אנגעקומען צו דעם, געב עס צייט) און ניו-יאָרק. זאג מיר אידיאט וואס האסטו פון דעם שוין אראפגעריסן אייוועלט פראבירט צו מזיק'ן אפאר קאמפאניס ציפענדיג יעדעם איינעם אלס פויער אבער איך וואס רעדסטו... בני יששכר אויפ'ן לשון, איז געווען זיין סלאגאן און די צייטן ווען איך פלעג נאך זיין פארליבט אין זיינע סחורה, אז זיין מח האט פארפאקט דעם ספר מסודר און קעסטלעך... אזוי פלעגט ער זיך אליינס משבח זיין צווישן היץ אויף איין מענטש און שעלט ווערטער אט אויף א צווייטען. כלל ישראל איז באשאנקען מיט אסאך גרויסע משמחים און שפיץ פון ארי סאמעט לאנגזאם פעלדמאן און פיל נאך האסטו זיי אמאל געהערט רעדן א שלעכט ווארט אויף א צווייטען אדרבה זיי וועלן שטארק אבאכט געבן נאר וואס דען איינער וואס האט נישט וואס צו פארקויפן חןץ אפאר ווערטער וואס ער האט געטראכט און שויער מיז צוקומען צו אזעלכע זאכן. און אגב איך ווייס נישט פארוואס ער רעדט זיך איין טאג מ'קען אים נישט אראפרייסן זיין קול אויב שרעקליך פאני און די וועג וויאזוי ער זינגט עס איז ווי א קינדערגארטן רבי און איך רעד שוין נישט פון ווען ער קימט אריין שרעקליך קארני. עני וועי דאס איז וועם איך האב פיינט...

  • 19 июн.575из linkstogo

    Links to go Find all Links for telegram groups, channel, bots, that you will ever need. 🔗 @linkstogo

  • אנטשולדיגט צוליב א שמחה וועט נישט קענען ארויסקומען די היינטיגע ארטיקל מיר האפן מארגען צו זיין צירוק מיט א פרישקייט!

  • без подписи